יוסף דוד קרויס
פֿון װיקיפּעדיע
ר' יוסף דוד קרויס.
א שטארק תמימות'דיגער אינגערמאן, מיט א קראך היטל, איפארטירט פון בארא פארק צו אונזער סאטמאר געזעלזשאפט, ער איז אויף די פעיראל פון סאטמאר מוסדות אין וויליאמסבורג, נאך צו קאנטראלירן די בחורים וואס קומען מייסטענס פון צפארענע שטיבער און מ'מוז זיי האלטן אין די מוסדות על אף וואס זיי האלטן קנאפ ביים לערנען אדער זיך צושטעלן צו די סדרים, און מיט בייזע שטרענגע טאקטיקן פון ר' יוסף דוד שרעקן זיי זיך און פאלגן די פארלאנגן.
פארשטייט זיך איינמאל די בחורים וואקסן אונטער און זיי ווערן זעכצען זיבעצען יאר לאכן זיי זיך אויס פון ר' יוסף דוד און פאלן טאקע ארויס פון די ישיבה סיסטעם, און גייען זיך דרייען אויף די גאס וואס ר' יוסף דוד איז זיך דאן מטפל מיט זיי 1) צו טרעפן זשאבס און אוועקשטיין פון דראגס רח"ל. 2) זיי זאלן נישט האבן קיין צוטריט צו די אלטע חברים וואס לערנען נאך זיי זאלן נישט אויך קאליע גיין.
די דאזיגע שווערע ארבייט פון נאכלויפן די נידעריגע חברה האט אים שוין פארשאפט אסאך צרות און בזיונות, וואס אן אנדער אינגערמאן וואלט שוין לאנג צוגרינד געגאנגען אבער דאס עקשנות און תמימות פון ר' יוסף דוד שיצט אים פון אלע פראבלעמן און גייט ווייטער אן מיט מסירת נפש זיין געטרייע ארבייט וואס קיינער וואלט נישט געטאן.
ישלם לו ה' פעלו הטוב.