יום טוב הערליך
פֿון װיקיפּעדיע
רבי יום טוב הערליך ז"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תרע"ה (1914) צו זיינע עלטערן ר' משה מיט שרה. זיינע עלטערן זיינען געבוירן געווארן נעבן סטאלין, ביי דער גרעניץ פון פוילן און רוסלאַנד. ער איז געווען דער זיבעטער דור צו א סטאלענער חסיד.
ר' יו"ט'ס טאטע ר' משה האט געהאט א געפיל צו מוזיק, און איידער ער איז רעקרוטירט געווארן צום רוסישן מיליטער האט זיין טאטע אים געבעטן צו קויפן זיך א פידל.
ר' יום טוב האט ארויס געגעבן 36 הערליכע קאסעטעס. א פּאָר פון זיי זיינען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש נאך ר' יום טוב'ס פטירה. אויך ביי זיין לעבן האט ער געבעטן פון זיין זון ארויסצוגעבן א קאסעטע איבערגעזעצט אויף העברעאיש מיטן נאמען "הלו זאת ירושלים".
ר' יום טוב איז אוועק פון דער וועלט אין יאר תש"ן (1989) פון א הארצאטאק.