אר עס עס
פֿון װיקיפּעדיע
אר עס עס אין ענליש RSS שטייט פאר ר"ת ר'יעל ס'ימפל ס'ינדיקעישאן (עכטע איינפאכע סינדיקאציע).
עס איז א שפארך וואס שיקט "פיעד'ס" פון עני וועב סייט אריין אין א קאמפיוטער בראוזער אן דעם וואס דער באנוצער זאל דארפן גיין צום די אדרעס פונעם וועב סייט.
דאס ווערט קאלעקטעט דורך אן אגרעגעיטאר וואס באזוכט די סערווער פון די סייטס צו זיי האבן פרישע אפדעיטס אין זייערע פיעד'ס און אויב יא אפדעיט דאס די אגרעגעיטאר אין אייער קאמפיוטער סקרין.
די מעלות דערפון זענען ווי פאלגענד:
- דער באנוצער דארף נישט גיין באזוכן יענעם סייט, וואס אפט מאל פארנעמט דאס צייט. נאר טאמער יענער האט אן אפדעיט וועט דאס קומן צום באנוצער.
- עס האט נישט אזויפיל שווערע דעזיין און גראפיקס און קאמפליצירטע באסעלעך ווי די סייט, נאר עס קומט אין די אגרעגעיטאר זייער טרוקן בלויז די טעקסט על פי רוב אן קיין עדס.
- יענער וועב סייט האט ווייניגער אינפארמאציע איבער אייער פריוואטע אידענטיטעט, ער ווייזט נישט אייער איי.פי אדערסע און ער שטאפט אייך ניטש מיט קיין קוקיס. א.א.וו.