אבות ובנים
פֿון װיקיפּעדיע
אבות ובנים איז א מסגרת ווי אויך א שטיקל ארגענאזאציע וואס שטעלן צוזאם טאטעס מיט זייערע קינדער אויף שבת צו לערנען תורה אין די לאקאלע שולן פון אידישע געגענטער. מען טיילט מתנות און ראפלעס כדי די קינדער זאלן זיך וועלן באטייליגן.
אין אמעריקע ווערט דאס געפירט דורך איינער הרב אונסדארפער פון בארא פארק, א קלויזענבארג חסיד, דעריבער האט סאטמאר אן אנדער נאמען דערפאר ושננתם כדי ס'זאל נישט שמעקן מיט א ציוני.
אין ארץ ישראל איז דאס צעטיילט צווישן 2 פראקציעס אנגעפירט פון ירושלים און בני ברק, מיט זומער קעמפס פאר קינדער און אויספלוגן.
מערסטענס איז די אלע אבות ובנים פראקציעס אויסגעהאלטן און פינאנסירט ביי די גבאים און עסקנים אין יעדן שול עקסטער און די הויפט קווארטיר שטעלט נאר צו מינימאלע עצות, צעטלעך און פרייזעס פאר די לאקאלען באזונדער.
די גרינדונג דערפון איז קאפירט אויך דאס ערשטע אבות ובנים מאדעל פון איין איד אין מאנטשעסטער וואס האט דאס אזוי גרופען, און מ'האט דאס אדאפטירט אין די גאנצע גארער אידישע וועלט.
עס איז דא וואס האבן קריטיק אויף דעם סיסטעם ווייל געוויסע טאטעס פארהארגענען די קינדער דורך נערוועזיטעט, און סאיז בעסער זיי זאלן נישט לערנען מיט די אייגיענע קינדער.
[בעאַרבעטן] דערויסענדע לינקס
- ענגליש ווידיאו קליפ וועגן אבות ובנים. יוטוב