שיעור עיון (הייד פארק)
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר שיעור עיון (סדר הלימוד)?
שיעור עיון (הייד פארק) איז א הייד פארק פארום פון די זעלבע שרייבער ווי כל העולם כולו (הייד פארק) היימישע קרעטשמע און נאך... וואס איז צאמגעשטעלט פון די חרדישע שרייבער וואס זיצן אגאנצטן טאג ביים אינטערנעט פון זייער פרנסה וואס פארלאנגט זיך, און זיי האבן מחליט געווען, צו מאכן אזא תשובת המשקל אויף די שטותים און לאקשען און סתם מחלוקת וואס זיי זענען מבטל דאס גאנצער טאג און געפענט א פארום נאר פאר דברי תורה.
אין אנפאנג האבן זיי זיך א נאמען געגעבן האלט דא טראכט מען, אבער יעדער האט געזען אז זייער ציל איז דאס פארקערטע פון טראכטן, ביז זיי האבן זיך געטוישט דעם נאמען אויף שיעור עיון, וואס אין קעגן זאץ פון שיעור פשוט טראכט מען דאך מער, אבער נישט אינגאצען טראכטן ווייל דעמאלטס קען מען אריינגיין אין פילאזאפיע וואס איז א סכנה לויט די גדולים און רבנים דורכאויס די דורות איבערהויפט פאר אינגעלייט וואס פייפן אן די רבנים וואס לאזן נישט נוצן אינטערנעט.
היינט צוטאגס איז דאס זייער נאכגעלאזט אבער עס איז דא שיינע אשכולות וואס זענען דארטן און ווערט אויפגעלעבט פון צייט צו צייט.
בחדרי חרדים • חדשות אנש • כל העולם כולו • חדשות אנש סאטמאר • עצור כאן חושבים • היימישע קרעטשמע • שיעור עיון • חדשות אנש עולם הנגינה • בחצרות החסידים • היימישע סעקס • משפחה אידיש • אידישע אפסטעיט נייעס