באַניצער רעדן:סאכדעס
פֿון װיקיפּעדיע
טייערער הויעך געשעצטער פריינט, ברוך בואיך צום וויקיפּעדיע! די ענציקלאָפּעדיע וואס יעדער איינער קען באַאַרבעטן.
אויך דו ביסט געלאַדנט איר איינצונעמען און איר געבן פון דיין טאלאנט. זעה דעם הילף בלאַט, און פאנג שוין אן צו פארבעסערן, ענדערן, שרייבן, און רעדאגירן.
געדענק! ס'איז נישטא קיין שום זאך וואס דו האלטסט עס איז נישט ריכטיג, און דו זאלסט איר נישט קענען פארעכטן, סיי די אינהאלט, סיי די אויסשטעל, און אזוי ווייטער; דעריבער ווי איידער זיך פילן פארפרעמדט פון נישט גוט געשריבענע ווערטער אדער דעזיין, טוט דאס ענדערן אנשטאט קריטיקירען אדער אבי מעקן. (געדענקט: עס איז אלץ וויכטיג דורכצורעדן אויפ'ן רעדן בלאט איידער איר מעקט אויס יענעם'ס שווערע ארבעט.)
וויקיפעדיע מיינט, אז יעדער איז גלייך באגלייבט און באאויפטראגט צו פארשענערן און פארגרעסערן די אינפארמאציע. (איבער יעדע זאך וואס איז פארהאן א חילוקי דעות פירט מען דורך דעמאקראטישע וואלן)
מיר קוקען ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשען אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגער פראיעקט.
פון אלע וויקיפעדיע באנוצער, ליינער, און שרייבער.
[בעאַרבעטן] צווי גרובע טעותים
ר' איד, איהר האט א טעות צווי מאהל. 1)ווער האט קובע גיווען די נפקא מיניה פון א רבי מיט מוסדות צו א רבי אהן מוסדות? 2) דער בעלזער רבי, למשל, איז אדאך מעהר פון 28 יאהר. און עס איז דא נאך אסאך רבי'ס.
איך בין איינט אריין גיקומען במקרה צו די יידישע ויקפדיה, און ווען איך האב גיזעהן וואס דא טוט זיך, האב איך גיכאפט א קדחת. בערג פון בארשט מיט לאקשטן גמישט מיט זוייערע אוגערקעס....
אין די עבריתיש'ע ויקיפידה שרייב איך באופן קבוע מיט'ן נאמען "פטר רחם", דא האב איך נאך נישט מצליח גיווען צו זאך פארשרייבען וויעל עס איז מיר שווער צו ליינען די אמריקנער יידיש.
אגב, ווי אזוי זאגט מען אויף יידיש "מפעיל מערכת" (די ויקיפעדען וואס קענען אויס מעקען און האפ שטעלן אדרעססן פון IP)?
- האט ערשט האב איך זאך פארשריבען מיטען נאמען "פטר רחם", און ענפער מיר דארט. פטר רחם 15:40, 9 מײַ 2006 (UTC)