כ"ט בנובמבר
פֿון װיקיפּעדיע
כ"ט בנובמבר איז אן העברעישע אנערקענונגס-ווארט וואס באטייט דער טאג ט"ז כסליו ה'תש"ח ; 29 אין נאוועמבער 1947. "כ"ט בנובמבר" האט באקומען א "שם" און א סך גאסן אין ארץ ישראל ווערט אנגערופן לויט דעם: "כ"ט בנובמבר".
אין דער טאג האט דער יו-ען באשטימט די ענדע פון דאס בריטישע מאנדאט אין ארץ ישראל און צו אויפשטעלן צוויי באזונדערע מדינות: א יידישע רעגירונג און אן אראבישע רעגירונג, מיט ירושלים אונטער אן אינטערנאַציאָנאַלן קאנטראל.
די אראבער האבן נישט מסכים געווען צו דעם יו-ען פסק, און האבן באלד אנגעהויבן די מלחמת העצמאות'ס קריג, און צום ענדע האבן זיי אנגעווארן דער קריג.
דעם יו-ען פארשלאג פון דער פראגראם צו צעטיילן ארץ ישראל איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילערס. 33 מדינות האבן געשטימט יא, 13 - אויף ניין, 10 האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען, און איין לאנד איז געווען אפוועזנד.
- יא-שטימערס: פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אויסטראליע, אורוגוואי, עקוואדאר, איסלאנד, אוקריינע, סאוועטישער פאראיין, בעלגיע, באליוויע, בראזיל, בעלארוס, גואטמלה, דרום אפריקע, דענמארק, דאמיניקען רעפובליק, האיטי, האלאנד, ווענעזועלע, ליבעריע, לוקסומבערג, ניו זילאנד, ניקרגואה, נארוועגיע, פאנאמע, פאראגוואי, פערו, פיליפינען, פוילן, פראנקרייך, טשעכאסלאוואקיע, קאסטא ריקא, קאנאדע, שוועדן.
- ניין-שטימערס: איראן, אפגאניסטאן, אינדיע, גריכנלאנד, לעוואנען, עגיפטן, סיריע, איראק, סאורי אראביע, פאקיסטאן, קובא, טערקיי, תימן.
- אפהאלטערס: ארגענטינע, עטיאפיע, גרויס-בריטאניע, הונדורס, יוגאסלאוויע, מעקסיקא, כינע, טשילע, סן סלבדור, קאלאמביע.
- געפעלט: טיילאנד.